2 YDD אזוי ווי עס האבן זיי אונדז איבערגעגעבן די, וואס האבן זיי אליין געזען פון אנהויב אָן און זענען געווען דינער פונם ווארט, BSB BSB: just as they were handed down to us by the initial eyewitnesses and servants of the word.
3 YDD איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ נאבעלער טעאפילוס, BSB BSB: Therefore, having carefully investigated everything from the beginning, it seemed good also to me to write an orderly account for you, most excellent Theophilus,
4 YDD כדי דו זאלסט זיך דערוויסן די זיכערקייט פון די זאכן, וועלכע דו ביסט געלערנט געווארן. BSB BSB: so that you may know the certainty of the things you have been taught.
6 YDD און ביידע זענען זיי געווען צדיקים פאר ה׳, און האבן געלעבט אין אלע מצוות און חוקים פון דעם האר (ה׳) אָן א פעלער. BSB BSB: Both of them were righteous in the sight of God, walking blamelessly in all the commandments and decrees of the Lord.
7 YDD און זיי האבן נישט געהאט קיין קינד, ווייל אלישבע איז געווען אן עקרה, און ביידע האבן שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער. BSB BSB: But they had no children, because Elizabeth was barren, and they were both well along in years.
8 YDD און עס איז געשען, בשעת ער האט אפגעריכט די עבודה פאר ה׳ לויט דעם סדר פון זיין משמר, BSB BSB: One day while Zechariah’s division was on duty and he was serving as priest before God,
9 YDD איז אויסגעפאלן דער גורל, לויט דעם מנהג פון דער כהונה, אז ער זאל אריינגיין רויכערן קטורת אינם היכל פון דעם האר (ה׳), BSB BSB: he was chosen by lot, according to the custom of the priesthood, to enter the temple of the Lord and burn incense.
10 YDD און דער גאנצער המון עם האט מתפלל געווען אינדרויסן אין דער שעה פון קטורת. BSB BSB: And at the hour of the incense offering, the whole congregation was praying outside.
11 YDD און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים, שטייענדיק אויף דער רעכטער זייט פונם מזבח הקטורת. BSB BSB: Just then an angel of the Lord appeared to Zechariah, standing at the right side of the altar of incense.
12 YDD און זכריה האט אים געזען, און האט זיך דערשראקן, און א מורא איז געפאלן אויף אים. BSB BSB: When Zechariah saw him, he was startled and gripped with fear.
13 YDD דער מלאך אבער האט צו אים געזאגט: פארכט דיך נישט, זכריה; ווייל דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און אלישבע, דיין ווייב, וועט דיר געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יוחנן. BSB BSB: But the angel said to him, “Do not be afraid, Zechariah, because your prayer has been heard. Your wife Elizabeth will bear you a son, and you are to give him the name John.
14 YDD און ער וועט זיין פאר דיר א פרייד און א שמחה, און א סך וועלן זיך פרייען איבער זיין געבורט. BSB BSB: He will be a joy and delight to you, and many will rejoice at his birth,
15 YDD ווארום ער וועט זיין גרויס פאר דעם האר (ה׳), און וויין און שארפע געטראנקען וועט ער נישט טרינקען, און שוין פון זיין מוטערס לייב אָן וועט ער זיין פול מיט דעם רוח הקודש. BSB BSB: for he will be great in the sight of the Lord. He shall never take wine or strong drink, and he will be filled with the Holy Spirit even from his mother’s womb.
16 YDD און א סך פון די קינדער ישראל וועט ער צוריקפירן צום האר, דעם ג‑ט זייערן. BSB BSB: Many of the sons of Israel he will turn back to the Lord their God.
18 YDD און זכריה האט געזאגט צו דעם מלאך; לויט וואס וועל איך דאס דאזיקע דערקענען? ווארום איך בין א זקן און מיין ווייב איז אויך שוין אין אירע עלטערע יארן. BSB BSB: “How can I be sure of this?” Zechariah asked the angel. “I am an old man, and my wife is well along in years.”
19 YDD און דער מלאך האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: איך בין גבריאל (דניאל ח, טז; ט, כא.), וואס שטייט פאר ה׳, און בין געשיקט געווארן צו רעדן צו דיר און דיר אנצוזאגן די גוטע בשורה פון די דאזיקע זאכן. BSB BSB: “I am Gabriel,” replied the angel. “I stand in the presence of God, and I have been sent to speak to you and to bring you this good news.
20 YDD און זע, דו וועסט זיין שטום און נישט קענען רעדן ביז צום טאג ווען די דאזיקע זאכן וועלן געשען, ווייל דו האסט נישט געגלויבט מיינע ווערטער, וועלכע וועלן דערפילט ווערן אין זייער צייט. BSB BSB: And now you will be silent and unable to speak until the day this comes to pass, because you did not believe my words, which will be fulfilled at their proper time.”
21 YDD און דאס פאלק האט געווארט אויף זכריהן, און האט זיך געוואונדערט וואס ער זוימט זיך אינם היכל, BSB BSB: Meanwhile, the people were waiting for Zechariah and wondering why he took so long in the temple.
22 YDD און ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער נישט געקענט רעדן צו זיי; און זיי האבן פארשטאנען, אז ער האט געזען א חזיון אינם היכל; און ער האט זיך פארשטענדיקט מיט זיי דורך צייכנס, און איז פארבלייבן שטום. BSB BSB: When he came out and was unable to speak to them, they realized he had seen a vision in the temple. He kept making signs to them but remained unable to speak.
23 YDD און עס איז געשען, ווען די טעג פון זיין אפריכטן די עבודה זענען דערפילט געווארן, איז ער אהיים געגאנגען. BSB BSB: And when the days of his service were complete, he returned home.
24 YDD און נאך די דאזיקע טעג איז אלישבע, זיין ווייב, טראגעדיק געווארן, און זי האט זיך פארבארגן פינף חדשים, אזוי צו זאגן: BSB BSB: After these days, his wife Elizabeth became pregnant and for five months remained in seclusion. She declared,
25 YDD אזוי האט דער האר (ג‑ט) מיר געטאן אין די טעג ווען ער האט אויף מיר געקוקט אוועקצונעמען מיין חרפה צווישן מענטשן. BSB BSB: “The Lord has done this for me. In these days He has shown me favor and taken away my disgrace among the people.”
27 YDD צו א יונגפרוי בתולה וואס איז געווען פארקנסט צו א מאן מיט דעם נאמען יוסף, אויס דעם בית דוד; און די יונגפרוי בתולה האט געהייסן מרים. BSB BSB: to a virgin pledged in marriage to a man named Joseph, who was of the house of David. And the virgin’s name was Mary.
28 YDD און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר. BSB BSB: The angel appeared to her and said, “Greetings, you who are highly favored! The Lord is with you.”
29 YDD זי האט זיך אבער דערשראקן איבער דעם ווארט, און האט זיך געטראכט, וואס זאל די דאזיקע באגריסונג באטייטן? BSB BSB: Mary was greatly troubled at his words and wondered what kind of greeting this might be.
30 YDD און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳, BSB BSB: So the angel told her, “Do not be afraid, Mary, for you have found favor with God.
31 YDD און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע, BSB BSB: Behold, you will conceive and give birth to a son, and you are to give Him the name Jesus.
32 YDD ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג‑ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד; BSB BSB: He will be great and will be called the Son of the Most High. The Lord God will give Him the throne of His father David,
33 YDD און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.) BSB BSB: and He will reign over the house of Jacob forever. His kingdom will never end!”
35 YDD און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.) BSB BSB: The angel replied, “The Holy Spirit will come upon you, and the power of the Most High will overshadow you. So the Holy One to be born will be called the Son of God.
36 YDD און זע, אלישבע, די קרובה דיינע, אויך זי איז טראגעדיק מיט א זון אויף איר עלטער, און זי, וועמען מען האט גערופן עקרה, איז שוין אין זעקסטן חודש; BSB BSB: Look, even Elizabeth your relative has conceived a son in her old age, and she who was called barren is in her sixth month.
37 YDD ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳. BSB BSB: For no word from God will ever fail.”
39 YDD און מרים איז אויפגעשטאנען אין די דאזיקע טעג און איז אייליק אוועקגעגאנגען צום בארגלאנד, צו א שטאט אין יהודה; BSB BSB: In those days Mary got ready and hurried to a town in the hill country of Judah,
40 YDD און איז אריינגעגאנגען אין זכריהס הויז און האט אפגעגעבן שלום אלישבען. BSB BSB: where she entered the home of Zechariah and greeted Elizabeth.
41 YDD און עס איז געשען, ווי אלישבע האט געהערט מרימס באגריסונג, האט דאס קינד א שפרונג געטאן אין איר לייב; און אלישבע איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, BSB BSB: When Elizabeth heard Mary’s greeting, the baby leaped in her womb, and Elizabeth was filled with the Holy Spirit.
42 YDD און האט אויפגעהויבן איר קול מיט א הויך געשריי, און געזאגט: געבענטשט ביסטו צווישן פרויען, און געבענטשט איז די פרוכט פון דיין לייב. BSB BSB: In a loud voice she exclaimed, “Blessed are you among women, and blessed is the fruit of your womb!
43 YDD און פארוואס איז דאס דאזיקע מיר געשען, אז די מוטער פון מיין האר זאל קומען צו מיר? BSB BSB: And why am I so honored, that the mother of my Lord should come to me?
44 YDD ווארום זע, ווי דאס קול פון דיין באגריסונג איז געקומען אין מיינע אויערן אריין, האט דאס קינד א שפרונג געטאן מיט שמחה אין מיין לייב. BSB BSB: For as soon as the sound of your greeting reached my ears, the baby in my womb leaped for joy.
45 YDD און אז וואויל איז איר וואס האט געגלויבט, אז עס וועט זיין א דערפילונג צו דעם, וואס איז איר געזאגט געווארן פונם האר (ה׳). BSB BSB: Blessed is she who has believed that the Lord’s word to her will be fulfilled.”
47 YDD עס טוט דערהייבן מיין זעל דעם האר, און עס פריידט זיך מיין גייסט אין ה׳, מיין דערלייזער, BSB BSB: and my spirit rejoices in God my Savior!
49 YDD ווייל גרויסע זאכן האט מיר געטאן דער מעכטיקער, און הייליק איז זיין נאמען; BSB BSB: For the Mighty One has done great things for me. Holy is His name.
50 YDD און זיין בארעמהארציקייט איז פון דור צו דור צו די, וואס פארכטן זיך פאר אים. BSB BSB: His mercy extends to those who fear Him, from generation to generation.
51 YDD מאכט האט ער באוויזן מיט זיין ארעם, צעשפרייט האט ער די שטאלצע אין דער מחשבה פון זייער הארץ. BSB BSB: He has performed mighty deeds with His arm; He has scattered those who are proud in the thoughts of their hearts.
52 YDD פון טראנען האט ער אראפגעזעצט מעכטיקע, און נידריקע האט ער דערהייבט; BSB BSB: He has brought down rulers from their thrones, but has exalted the humble.
53 YDD הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן, און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט. BSB BSB: He has filled the hungry with good things, but has sent the rich away empty.
54 YDD געהאלפן האט ער זיין קנעכט ישראל, געדענקענדיק זיין רחמנות, BSB BSB: He has helped His servant Israel, remembering to be merciful,
55 YDD אזוי ווי ער האט גערעדט צו אונדזערע אבות, צו אברהם און זיין זאמען אויף אייביק. BSB BSB: as He promised to our fathers, to Abraham and his descendants forever.”
56 YDD און מרים איז געבליבן ביי איר אן ערך דריי חדשים, און האט זיך אומגעקערט אהיים. BSB BSB: Mary stayed with Elizabeth for about three months and then returned home.
57 YDD פאר אלישבען אבער האט זיך דערפילט די צייט פון איר קימפעט, און זי האט געבוירן א זון. BSB BSB: When the time came for Elizabeth to have her child, she gave birth to a son.
58 YDD און אירע שכנים און קרובים האבן געהערט, אז דער האר (ה׳) האט איר ארויסגעוויזן גרויס חסד, און האבן זיך געפריידט מיט איר. BSB BSB: Her neighbors and relatives heard that the Lord had shown her great mercy, and they rejoiced with her.
59 YDD און עס איז געשען, דעם אכטן טאג איז מען געקומען מל זיין דאס קינד, און מען האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער זכריה. BSB BSB: On the eighth day, when they came to circumcise the child, they were going to name him after his father Zechariah.
60 YDD און זיין מוטער האט ענטפערנדיק געזאגט: ניין; נאר ער זאל הייסן יוחנן. BSB BSB: But his mother replied, “No! He shall be called John.”
61 YDD און זיי האבן צו איר געזאגט: אין דיין משפחה איז דאך נישטא קיינער, וואס האט דעם דאזיקן נאמען! BSB BSB: They said to her, “There is no one among your relatives who bears this name.”
62 YDD און זיי האבן געוואונקען צו זיין פאטער, ווי וואלט ער געוואלט אים א נאמען געבן. BSB BSB: So they made signs to his father to find out what he wanted to name the child.
63 YDD און ער האט געבעטן א שרייב טעוועלע און האט אויפגעשריבן, אזוי צו זאגן; זיין נאמען איז יוחנן! און אלע האבן זיך געוואונדערט. BSB BSB: Zechariah asked for a tablet and wrote, “His name is John.” And they were all amazed.
64 YDD און אין אן אויגנבליק האבן זיך זיין מויל און צונג געעפנט; און ער האט גערעדט, לויבנדיק ה׳. BSB BSB: Immediately Zechariah’s mouth was opened and his tongue was released, and he began to speak, praising God.
65 YDD און א מורא איז געקומען אויף אלע זייערע שכנים, און אין דעם גאנצן בארגלאנד פון יהודה האט מען גערעדט פון אלע די דאזיקע זאכן. BSB BSB: All their neighbors were filled with awe, and people throughout the hill country of Judea were talking about these events.
66 YDD און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן עס זיך גענומען צום הארצן, אזוי צו זאגן: וואס וועט דאס דאזיקע קינד זיין? ווארום אויך די האנט פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים. BSB BSB: And all who heard this wondered in their hearts and asked, “What then will this child become?” For the Lord’s hand was with him.
67 YDD און זכריה, זיין פאטער, איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן: BSB BSB: Then his father Zechariah was filled with the Holy Spirit and prophesied:
68 YDD געלויבט זאל זיין דער האר, דער ג‑ט פון ישראל. ווייל ער האט השגחה געהאט און געשאפן א ישועה פאר זיין פאלק, BSB BSB: “Blessed be the Lord, the God of Israel, because He has visited and redeemed His people.
69 YDD און אויפגעשטעלט א הארן פון גאולה פאר אונדזערטוועגן אין דעם הויז פון דוד זיין קנעכט, BSB BSB: He has raised up a horn of salvation for us in the house of His servant David,
70 YDD לויט ווי ער האט גערעדט דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים. פון אייביק אָן, BSB BSB: as He spoke through His holy prophets, those of ages past,
71 YDD א רעטונג פון אונדזערע שונאים און אויס דער האנט פון אלע, וואס האסן אונדז; BSB BSB: salvation from our enemies and from the hand of all who hate us,
72 YDD צו טאן חסד מיט אונדזערע אבות, און צו געדענקען זיין הייליקן בונד; BSB BSB: to show mercy to our fathers and to remember His holy covenant,
73 YDD די שבועה, וואס ער האט געשוואוירן צו אונדזער פאטער אברהם; BSB BSB: the oath He swore to our father Abraham, to grant us
74 YDD אונדז צו געבן, זייענדיק באפרייט אויס דער האנט פון אונדזערע שונאים, מיר זאלן אים דינען אָן מורא, BSB BSB: deliverance from hostile hands, that we may serve Him without fear,
75 YDD אין קדושה און גערעכטיקייט פאר אים אלע אונדזערע טעג. BSB BSB: in holiness and righteousness before Him all the days of our lives.
76 YDD און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער, ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.) BSB BSB: And you, child, will be called a prophet of the Most High; for you will go on before the Lord to prepare the way for Him,
77 YDD כדי צו געבן זיין פאלק דערקענטעניש פון ישועה דורך דער פארגעבונג פון זייערע זינד, BSB BSB: to give to His people the knowledge of salvation through the forgiveness of their sins,
78 YDD דורך דער הערצלעכער דערבארמונג פון אונדזער ג‑ט, דורך וועלכן א זונאויפגאנג פון אויבן וועט קומען צו אונדז, BSB BSB: because of the tender mercy of our God, by which the Dawn will visit us from on high,
79 YDD זיי צו געבן ליכט וואס זיצן אין פינצטערניש און אין שאטן פון טויט, צו פירן אונדזערע פיס אינם וועג פון שלום. BSB BSB: to shine on those who live in darkness and in the shadow of death, to guide our feet into the path of peace.”
80 YDD און דאס קינד איז געוואקסן און איז שטארק געווארן אינם גייסט, און איז געווען אין מדבריות ביז צום טאג פון זיין באווייזן זיך צו ישראל. BSB BSB: And the child grew and became strong in spirit; and he lived in the wilderness until the time of his public appearance to Israel.